Wikimedia Foundation elections/Board elections/2011/Committee/yi

From Meta, a Wikimedia project coordination wiki
די אפשטימונג האט געקאנטשעט דעם 12טן יוני 2011. מען נעמט נישט אן מער קיין שטימען.
די רעזולטאטן זענען געמאלדן דעם 17טן יוני 2011.
2011 קוראטאריום וואלן
ארגאניזאציע

דער 2011 הנהלה וואלן קאמיטעט פארוואנדלט די פרטים פון דער וואלן ארגאניזאציע מיטן רשות פון דעם קוראטאריום. דער קאמיטעט איז אונטערטעניג צום איבערבליק פונעם קוראטאריום, און מעג רעקאמענדירן צו זיי וועגן די וואלן.

מיטגלידערשאפט[edit]

דער קאמיטעט באשטייט מיטגלידער באשטימט דורכן קוראטאריום אריינצוארדענען די 2011 וויקימעדיע קוראטאריום וואלן. מיטגלידער פונעם קאמיטעט מוזן זיין רעדאקטארן אין איין אדער מערערע וויקימעדיע פראיעקטן, טארן נישט זיין אינעם קוראטאריום אדער קאנדידאטן צום וואלן, און האבן נישט קיין זכות צו שטימען אין די וואלן.

דער קאמיטעט אנטהאלט די פאלגנדע פינף וואלונטיר מיטגלידער:

Name Languages Location (time zone)
Abbas Mahmoud sw, en-3 נייראבי, קעניע (UTC+3)
Jon Harald Søby nb, en-3, sv-3, de-2, da-2, es-1, eo-1, ro-1, sw-1 דאר עס סאלאם, טאנזאניע (UTC+3)
"Mardetanha" fa, az, en-3, tr-2, ar-1, mzn-1, glk-1, bqi-1, tk-1, crh-1 זאנזשאן, איראן (UTC+3:30)
"מתניה" he, en ישראל (UTC+2)
Ryan Lomonaco en גרענד רעפידס, מישיגן, פאראייניקטע שטאטן (UTC-4)

אויפגאבעס[edit]

דער קאמיטעט איז פאראנטווארטלעך פארן פלאנירן און דורכפירן יעדן אספעקט פון די וואלן. למשל, דער קאמיטעט פלאנירט דעם סארט שטימען, קריטעריעס ווער מעג שטימען און קריטעריעס ווער מעג זיך קאנדידירן, ארגאניזירט אלע אפיציעלע וואלן בלעטער אויף "מעטא", קאנטראלירט אז קאנדידאטן און שטימער האבן די קריטעריע, פרואווט די שטימען צו פארזיכערן אז קיינער האט נישט געשטימט צוויי מאל און אנדערע פראבלעמען, אא"וו.