Fundraising 2010/Jimmy appeal 2/yi

From Meta, a Wikimedia project coordination wiki

  • ביטע ליינט:
  • א דרינגעדיגן אַפעל פֿון
  • וויקיפעדיע גרינדער זשימי וויילס

כ'בין א וואלונטיר.
מען באַצאָלט מיר נישט קיין פרוטה פֿאַר מײַן אַרבעט בײַ וויקיפעדיע, און אויך נישט די טויזנטער אַנדערע פֿרײַוויליקע שרײַבער און רעדאַקטארן. ווען איך האב געגרינדעט וויקיפעדיע, וואלט איך געקענט מאַכן זי פֿאַר א פֿירמע מיט רעקלאמען צו פֿארדינען רווחים, אבער איך האב באַשלאסן טון עפעס אַנדערש.

האַנדל איז גאַנץ שיין. רעקלאַמירן איז נישט שלעכט. אבער עס געהערט נישט דאָ. נישט אין וויקיפעדיע.

וויקיפעדיע איז עפעס באַזונדער. זי איז ווי א ביבליאטעק אדער א קהלישער פארק. א טעמפל פֿאַרן מוח. זי איז אַן ארט וואו מיר קענען אלע גיין טראַכטן, לערנען, מיטטיילן זיך אונזער וויסן מיט אַנדערע. זי איז אַן איינציקער מענטשלעכער פראיעקט, דער ערשטער פון דעם שטייגער אין היסטאריע. זי איז א הומאַניטאַרישער פראיעקט צו ברענגען א פֿרייע ענציקלאפעדיע צו יעדן יחיד אויפֿן פלאַנעטt.

יעדן איינציקן מענטש.

ווען אלע פון וויקיפעדיע'ס 400 מיליאן באַניצער זאלן מנדב זײַן $1 יעדער איינער, וואלטן מיר האָבן 20 מאָל אזוי פֿיל געלט ווי מען דארף. מיר זענען א קליינע ארגאַניזאציע, און איך האב געאַרבעט שווער במשך די יאָרן אַז מיר זאלן בלײַבן מאָגער און שטײַף. מיר דערפֿילן אונזער שליחות; אויסברענגען לאזן מיר צו אַנדערע.

בכדי דאָס אויספועלן אָן אָנצוקומען צו רעקלאַמירן, דאַרפֿן מיר אײַך. איר זענט די וואָס האַלטן לעבעדיק דעם חלום. איר זענט די וואָס האבן געשאַפֿן וויקיפעדיע. איר זענט די וואס גלייבן אַז אן ארט פון פון רואיקן יישוב־הדעת און לערנען איז כדאַי צו האָבן.

הײַ יאָר, זײַט אזוי גוט און גיט א נדבה פֿון $20, $35, $50 אדער וויפֿיל איר קענט צו שיצן און אויסהאַלטן וויקיפעדיע.

א דאַנק,

זשימי וויילס
וויקיפעדיע גרינדער