פאראייניקטער באניצער פארענדיקונג מעלדונג

From Meta, a Wikimedia project coordination wiki
This page is a translated version of the page Single User Login finalisation announcement and the translation is 100% complete.
"פאר אקטועלע נײַעס וועגן דער גאנג פון דער אנטוויקלונג,זעט משלים זײַן SUL."

די אנטוויקלונג מאנשאפט ביי וויקימעדיע פונדאציע פירט אויס עטלעכע ענדערונגען וויאזוי די קאנטעס ארבעטן, אלס א טייל פון אונזערע ציענדיקע מיען צו פארזארגן נייע און בעסערע געצייג פאר אונזערע באניצער (ווי אינטער־וויקי אנזאגן). מיט די ענדערונגען וועלן באניצער האבן דעם זעלבן קאנטע נאמען איבעראל. אזוי וועלן מיר קענען געבן אייך נייע מעגלעכקייטן וואס וועלן העלפן אייך רעדאקטירן און שמועסן בעסער, און וועט דערלויבן מער בייגעוודיקע באניצער דערלויבנישן פאר געצייג. איינע פון די פארבאדינגונגען איז דאס באניצער קאנטעס מוזן זיין איינמאליק אריבער אלע 900 וויקימעדיע וויקיס.

ליידער, טייל קאנטעס זענען נישט איינמאליק איבער אלע אונזערע וויקיס, נאר זייער נאמען טרעפט זיך אן מיט אנדערע באניצער וואס האבן דעם זעלבן קאנטע־נאמען. כדי אלע די באניצער זאלן קענען ניצן וויקימעדיע'ס וויקיס אין דעם צוקונפט, גייען מיר ענדערן דעם נאמען פון א טייל פון די קאנטעס צו האבן “~” און דעם נאמען פון זייער וויקי צוגעטשעפעט צו זייער קאנטע־נאמען. דאס וועט פארקומען אין אפריל 2015. למשל א באניצער מיטן נאמען Example אויפן שוועדיש־וויקיווערטערבוך וואס מ'דארף אים ענדערן דעם נאמען וועט ווערן “Example~svwiktionary”.

אלע קאנטעס וועלן פועלן ווייטער אזוי ווי פריער, און וועלן ווייטער באקועמן קרעדיט פאר אלע זייערע רעדאקטירונגען ביז אצינד. אבער, באניצער מיט קאנטעס וואס האבן באקומען נייע נעמען (וואס מ'וועט מיט זיי פארבינדן פערזענלעך) וועלן דארפן ניצן דעם נייעם קאנטע־נאמען ביים אריינלאגירן.

ענדערן קאנטע־נעמען לאקאלע האט מען אוועקגענומען כדי צו פארמײַדן אז א גלאבאלע קאנטע זאל ווערן געצייגט לאקאל. מען קען בעטן א נייעם קאנטע־נאמען דא אויף Meta, טאמער עס געפעלט זיי נישט דער נייער באניצער־נאמען.

זעט אויך