Fundraising 2011/Jimmy Letter 001/yi

From Meta, a Wikimedia project coordination wiki
Translation instructions
  • For pages marked "Missing" or "In progress", click the page title and start translating. When you are done, click "edit status" and change the status to proofreading.
  • For pages marked "Needs updating", compare the page to the source page and update the translation accordingly. When you are done, click "edit status" and change the status to proofreading.
  • It is important to have someone else proofread the translated page! If you have proofread a page and it is ready for publication, click "edit status" and change that page's status to ready.
  • If you are changing something that has already been published, change its status back to ready for it to be published again.

If you have any questions or feedback regarding the translation process, please post them here. Translation FAQ

כ'בין א וואלונטיר.
מען באַצאָלט מיר נישט קיין פרוטה פֿאַר מײַן אַרבעט בײַ וויקיפעדיע, און אויך נישט די טויזנטער אַנדערע פֿרײַוויליקע שרײַבער און רעדאַקטארן. ווען איך האב געגרינדעט וויקיפעדיע, וואלט איך געקענט מאַכן זי פֿאַר א פֿירמע מיט רעקלאמען צו פֿארדינען רווחים, אבער איך האב באַשלאסן טון עפעס אַנדערש.

האַנדל איז גאַנץ שיין. רעקלאַמירן איז נישט שלעכט. אבער עס געהערט נישט דאָ. נישט אין וויקיפעדיע.

וויקיפעדיע איז עפעס באַזונדער. זי איז ווי א ביבליאטעק אדער א קהלישער פארק. א טעמפל פֿאַרן מוח. זי איז אַן ארט וואו מיר קענען אלע גיין טראַכטן, לערנען, מיטטיילן זיך אונזער וויסן מיט אַנדערע. זי איז אַן איינציקער מענטשלעכער פראיעקט, דער ערשטער פון דעם שטייגער אין היסטאריע. זי איז א הומאַניטאַרישער פראיעקט צו ברענגען א פֿרייע ענציקלאפעדיע צו יעדן יחיד אויפֿן פלאַנעטt.

יעדן איינציקן מענטש.

ווען יעדער איינער וואס ליינט דאס וואלט מנדב זײַן $5, קענען מיר אויפֿהערן שנארערן שוין הײַנט. אבער נישט יעדער איינער האט די מעגלעכקייט אדער וויל מנדב זײַן. ס'שאַט נישט; יעדע יאר בײַשטײַערן גענוג מענטשן. ווען מיר דערגרייכן אונזער ציל, הערט מען אויף די אַקציע. מיר זענען א קליינע ארגאַניזאציע, און איך האב געאַרבעט שווער במשך די יאָרן אַז מיר זאלן בלײַבן מאָגער און שטײַף. מיר דערפֿילן אונזער שליחות; אויסברענגען לאזן מיר צו אַנדערע.

בכדי דאָס אויספועלן אָן אָנצוקומען צו רעקלאַמירן, דאַרפֿן מיר אײַך. איר זענט די וואָס האַלטן לעבעדיק דעם חלום. איר זענט די וואָס האבן געשאַפֿן וויקיפעדיע. איר זענט די וואס גלייבן אַז אן ארט פון פון רואיקן יישוב־הדעת און לערנען איז כדאַי צו האָבן.

הײַ יאָר, זײַט אזוי גוט און גיט א נדבה פֿון $5, $20, $50 אדער וויפֿיל איר קענט צו שיצן און אויסהאַלטן וויקיפעדיע.

א דאַנק,

זשימי וויילס
וויקיפעדיע גרינדער