Jump to content

הילף:צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע

From Meta, a Wikimedia project coordination wiki
This page is a translated version of the page Help:Two-factor authentication and the translation is 100% complete.
קיצור דרך:
2FA
דער בלאט דערקלערט ווי אזוי צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע (2FA) ארבעט אויף וויקימעדיע־פראיעקטן. 2FA פארשטארקט די זיכערקייט פון אייער באניצער־קאנטע דורך דעם וואס מען דארף מער ווי בלויז א שפּריכווארט כדי צו באקומען צוטריט צו דער קאנטע. וויקימעדיע־פראיעקטן דערמעגליכן אייך צו ניצן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציעס און זיכערהייט־שליסלען כדי צו באקומען צוטריט צו אייער קאנטע.

וואס איז צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע (2FA)?

צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע איז א טעכנאלאגיע וואס מאכט עס שווערער פאר אנדערע צו באקומען אומבארעכטיקטן צוטריט צו א באניצער־קאנטע. אויב איר האט זי אקטיווירט, וועט מען אייך בעטן צו צושטעלן נאך א באווייז פון אידענטיטעט אויסער בלויז א שפּריכווארט (דאס שפּריכווארט איז איין פאַקטאָר), כדי זיך אריינצולאגן. אבער ווען צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע איז אקטיווירט, מיינט דאס נישט אלעמאל אז אריינלאגן ווערט מער קאמפליצירט אדער נעמט מער צייט.

פאר מער אינפארמאציע וועגן 2FA, זעט דעם וויקיפעדיע־ארטיקל וועגן דעם.

ווען צו ניצן צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע

וויבאלד 2FA גיט א העכערע זיכערקייט פאר אייער קאנטע, איז עס באזונדערס וויכטיק פאר באניצער מיט פארברייטערטע רעכטן. אין 2025 האט די וויקימעדיע־פונדאציע אנגעהויבן פארלאנגען 2FA פאר געוויסע פון יענע באניצער־גרופעס. דערצו, אנהייבנדיק אין 2026, וועט צוטריט צו פריוואטע וויקיס זיין באגרענעצט צו באניצער וואס האבן 2FA אקטיווירט. פאר מער פרטים, זעט דעם פראיעקט־בלאט פאר קאנטע־זיכערקייט.

לויטן צושטאנד אין דעצעמבער 2025, איז 2FA פאראן פאר אלע רעגיסטרירטע באניצער אויף די וויקימעדיע־פראיעקטן.

אַקטיווירן צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע

פּרעפֿערענצן־בלאַט, אָפּטיילונג „קאָנטע־זיכערקייט“

כדי צו אקטיווירן 2FA פאר אייער קאנטע, מוזט איר קענען זיך אריינלאגן מיט אייער שפּריכווארט און האבן א צווייטע אויטענטיפיקאציע־מעטאד גרייט צו איינשטעלן.

כדי צו אקטיווירן 2FA פאר אייער קאנטע:

  1. גייט צו Special:AccountSecurity. איר קענט אויך צוקומען צום זעלבן בלאט דורך א לינק אין אייערע פּרעפֿערענצן.
  2. קלויבט אויס די אפציע צוצולייגן אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע אדער א זיכערהייט־שליסל, און דערנאך פאלגט די שריט כדי עס איינצושטעלן.
    • צוצולייגן די אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע פאדערט געוויינטלעך אז מען זאל מיט איר סקאנירן א QR־קאד וואס ווערט געוויזן אויפן וויקי־בלאט, אריינשרייבן א 6־ציפערדיקן קאד, און אויסקלויבן דעם נאמען פון דער פלאטפארמע (ווי למשל „Wikipedia“) אין דער אפליקאציע. דער נאמען איז דארט ווייל איין אפליקאציע קען געניצט ווערן צו שאפן פילע 6־ציפערדיקע קאדן פאר פילע פלאטפארמעס.
    • צוצולייגן דעם זיכערהייט־שליסל פאדערט געוויינטלעך אז מען זאל אים אריינשטעקן אין א USB־פארט און דריקן דעם קנעפל אויפן שליסל. באמערקט אז זיכערהייט־שליסלען זעען אויס ווי פלאש־דרייווס, אבער זיי זענען למעשה ספעציעלע זיכערהייט־אפאראטן.
  3. פארטיק! 2FA איז איצט אקטיווירט אויף אייער קאנטע. אבער פארלאזט דעם בלאט נאך נישט.
  4. אראפקאפירט און היט אפ אדער דרוקט אויס אייערע ערהוילונגס־קאדן. ווארענונג: דרוקט אויס אדער אראפקאפירט די דאזיקע קאדן און היט זיי אויף אין א זיכער פלאץ. אויב איר פארלירט אייער אפאראט, אדער עס קומט פאר א פראבלעם מיט אייער אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע, וועט איר דארפן די קאדן כדי ווידער צו באקומען צוטריט צו אייער קאנטע.
  5. (אפציאנאל) דערנאך קענט איר אויך צולייגן א פאַסשליסל כדי צו פאראיינפאכן דאס אריינלאגן.

עטלעכע מעטאדן. מיר רעקאמענדירן צו ניצן מער ווי איין אויטענטיפיקאציע־מעטאד. רעגיסטרירט עטלעכע אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציעס אדער זיכערהייט־שליסלען פאר אייער קאנטע דורך איבערחזרן די שריט אויבן. דאס רעגיסטרירן מער מעטאדן שאפט נישט קיין מער ערהוילונגס־קאדן.

זיך אריינלאגן מיט צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע

ערשטנס, לאגט זיך אריין מיט אייער באניצער־נאמען און שפּריכווארט. דער צווייטער שריט ווענדט זיך אין די אויטענטיפיקאציע־מעטאדן וואס איר האט רעגיסטרירט:

  • אויב איר ניצט אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע: שרייבט אריין דעם באשטעטיקונגס־קאד וואס די אפליקאציע גיט אייך. באמערקונג: דער קאד ענדערט זיך בערך יעדע דרייסיק סעקונדעס און ארבעט בערך צוויי מינוט. אויב אייערע קאדן ארבעטן נישט, זעט פראבלעם־לייזונג.
  • אויב איר ניצט א זיכערהייט־שליסל: פאלגט די אנווייזונגען פון אייער וועב־בלעטערער. אויב איר האט רעגיסטרירט סיי א זיכערהייט־שליסל און סיי אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע, וועט דער סיסטעם אייך ערשט בעטן צו ניצן דעם זיכערהייט־שליסל, אבער איר קענט אנשטאט דעם אויסקלויבן אריינצושרייבן א באשטעטיקונגס־קאד. באמערקט אז די מאביל־אפליקאציעס פון וויקיפעדיע שטיצן נישט קיין זיכערהייט־שליסלען; כדי זיך אריינצולאגן מיט 2FA דורך איינע פון די מאביל־אפליקאציעס פון וויקיפעדיע, מוזט איר האבן א רעגיסטרירטע אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע.
  • אויב איר ניצט א פאַסשליסל: פאלגט די אנווייזונגען אויף אייער אפאראט כדי צו פארענדיקן די באשטעטיקונג מיט אייער פינגעראפדרוק, פנים־סקאן אדער PIN־קאד.

פאראן אויטענטיפיקאציע־מעטאדן

אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציעס

באשטעטיקונגס־קאד געשאפן אין אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע

אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציעס זענען געוויינטלעך מאביל־אפליקאציעס וואס מען אינסטאלירט אויף א טעלעפאן אדער טאבלעט. זיי קענען אויך זיין אריינגעבויט אלס פונקציעס אין שפּריכווארט־פארוואלטערס. זיי שאפן א באשטעטיקונגס־קאד וואס איר ניצט כדי צו באשטעטיקן אייער אריינלאגן. די קאדן ווערן געשאפן יעדע דרייסיק סעקונדעס און ארבעטן בערך צוויי מינוט.

ביישפילן פון אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציעס זענען גוגל אויטענטיפיקאטאר, מייקראסאפט אויטענטיפיקאטאר, 1Password און FreeOTP. כדי צו געפינען אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע פאר אייער אפאראט און אפערירן סיסטעם, זעט דעם פארגלייך פון פארשפרייטע OTP־אפליקאציעס אויף דער ענגלישער וויקיפעדיע.

אויב איר האט נישט קיין טעלעפאן אדער טאבלעט צו ניצן פאר 2FA, קענט איר ניצן אן אפליקאציע אויף אייער דעסקטאפ־קאמפיוטער אדער לאפטאפ, כאטש דאס איז ווייניקער זיכער.

זיכערהייט־שליסלען

YubiKey (יוביקי), א זיכערהייט־שליסל

זיכערהייט־שליסלען זענען געוויינטלעך פונדרויסנדיקע הארטווארג־אפאראטן, וואס זעען אויס ווי פלאש־דרייווס, און וואס איר פארבינדט מיט אייער הויפט־אפאראט כדי צו באשטעטיקן אייער אריינלאגן. ביישפילן פון זיכערהייט־שליסל־בראנדן זענען יוביקי, ניטראקי און טייטן זיכערהייט־שליסל. די מאביל־אפליקאציעס פון וויקיפעדיע שטיצן נישט קיין זיכערהייט־שליסלען, דעריבער זאלט איר צולייגן כאטש איין אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע אויב איר פלאנט זיך אריינצולאגן דורך איינע פון די מאביל־אפליקאציעס פון וויקיפעדיע.

פּאַסשליסלען

Face ID, א סיסטעם וואס ניצט א פּאַסשליסל

פּאַסשליסלען זענען א פשוטערער און שנעלערער וועג זיך אריינצולאגן: זיי פאדערן נישט קיין צווייטן אויטענטיפיקאציע־אפאראט, ווי א זיכערהייט־שליסל, אדער אן אפליקאציע אויף אייער טעלעפאן. אנשטאט דעם ווערן פּאַסשליסלען אפגעהיט אויף אייער אפאראט אדער אין אייער שפּריכווארט־פארוואלטער, און זיי דערמעגליכן אייך צו פארענדיקן די באשטעטיקונג מיט אייער פינגעראפדרוק, פנים־סקאן אדער PIN־קאד. איידער איר קענט צולייגן א פּאַסשליסל, מוזט איר ערשט איינשטעלן איינע פון די אנדערע 2FA־מעטאדן.

אויסשאַלטן צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאַציע

  1. גייט צו Special:AccountSecurity.
  2. קלויבט אויס אן אויטענטיפיקאציע־מעטאד און דריקט דעם קנעפל כדי עס אוועקצונעמען.
  3. כדי אינגאנצן אויסצושאטן 2FA, איבערחזרט דעם אוועקנעמונגס־פראצעס פאר אלע אייערע אויטענטיפיקאציע־מעטאדן.
אויב איר שאַלט אינגאַנצן אויס 2FA, ווערן אייערע ערהוילונגס־קאָדן אויטאָמאַטיש אויסגעמעקט.

כדי אויסצושאטן 2FA אויב איר האט פארלוירן אייער אפאראט און דער וויקי האט אייך אויטאמאטיש ארויסגעלאגט, זעט פראבלעם־לייזונג.

אויב איר קענט נישט אויסשאַלטן 2FA ווייל איר האט פארלוירן צוטריט צו אייער אויטענטיפיקאציע־אפאראט און צו אייערע ערהוילונגס־קאדן, קענט איר פרובירן צוריקצובאקומען צוטריט דורך בעטן דעם שטיצע־דעסק פון דער WMF אוועקצונעמען 2FA פון אייער קאנטע.

פאַרוואַלטן אייערע ערהוילונגס־קאָדן

ווען איר אקטיווירט 2FA, באקומט איר א ליסטע פון צען ערהוילונגס־קאָדן. דרוקט אויס אדער אראפקאפירט די דאזיקע קאָדן און היט זיי אויף אין א זיכער פלאץ. אויב איר פארלירט צוטריט צו אייערע אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציעס אדער זיכערהייט־שליסלען, וועט איר דארפן די קאָדן כדי ווידער צו באקומען צוטריט צו אייער קאנטע.

אויב איר מיינט אז איר האט פארלוירן די קאדן, זארגט זיך נישט. איר קענט צו זיי צוקומען אין יעדער צייט אויף Special:AccountSecurity.

יעדער ערהוילונגס־קאד איז פאר איין מאל בלבד: נאכדעם וואס איר ניצט אים איין מאל, איז ער מער נישט גילטיק. אויב איר ניצט א קאד, גייט צו Special:AccountSecurity און שאפט א נייע סעריע קאדן, כדי איר זאלט זיי נישט אויסלויפן.

פארבונדענע אריינלאג־אפציעס

פּאַסשליסלען און שפּריכוואָרט־לאָזער אריינלאג

באניצער וואס האבן צוגעלייגט א פּאַסשליסל קענען איצט זיך אריינלאגן אן אריינשרייבן זייער באניצער־נאמען אדער שפּריכווארט (שפּריכווארט־לאזער אריינלאג). ווען מען קליקט אינעם באניצער־נאמען־פעלד, וועט זייער פּאַסשליסל ווערן געוויזן אלס אן אפציע זיך דערמיט אריינצולאגן.

כדי צוצולייגן א פּאַסשליסל:

  1. פאלגט די אנווייזונגען אויף דעם בלאט כדי צו אקטיווירן 2FA מיט א זיכערהייט־שליסל אדער אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע.
  2. נאָכדעם וואס איר אקטיווירט 2FA, גייט צו Special:AccountSecurity און דריקט דעם קנעפל כדי צוצולייגן א פּאַסשליסל. אויב דער קנעפל איז נישט אקטיוו, זעט פראבלעם־לייזונג.
  3. דאס קומענדיגע מאל וואס איר לאגט זיך אריין, וועט אייער אפאראט ווייזן דעם פּאַסשליסל אלס אן אויטאמאטישע אויספיל־אפציע אינעם באניצער־נאמען־פעלד. ווען איר קליקט אויף דער אפציע, וועט איר גלייך אריינגעלאגט ווערן, אן אריינשרייבן אייער באניצער־נאמען און שפּריכווארט. אלטערנאטיוו קענט איר אריינשרייבן אייער באניצער־נאמען און שפּריכווארט ווי געוויינטלעך, און אייער אפאראט וועט אייך בעטן צו ניצן אייער פּאַסשליסל פאר 2FA.

באשטעטיקונג פון אריינלאג דורך אימעיל

אויב איר אקטיווירט נישט 2FA, קענען געוויסע פרואוון זיך אריינצולאגן פאדערן באשטעטיקונג דורך אימעיל. ביי דעם סארט באשטעטיקונג מוזט איר אריינשרייבן א קאד וואס ווערט געשיקט צו דער אימעיל־אדרעס וואס איז פארבונדן מיט אייער וויקי־קאנטע. איר קענט זיך נישט אפזאגן פון דער זיכערהייט־פונקציע, וואס באשיצט באניצער־קאנטעס פון אומבארעכטיקטן צוטריט. אויב איר אקטיווירט אבער 2FA, וועט מען אייך נישט בעטן קיין באשטעטיקונג דורך אימעיל, וויבאלד 2FA גיט א שטארקערן שטאפל פון שוץ.

צוטריט פאר געצייגען און באטן

דאס אקטיווירן 2FA פאר אייער באניצער־קאנטע קען באאיינפלוסן אייער מעגלעכקייט זיך אריינצולאגן צו באט־קאנטעס אדער געצייגען. ניצט OAuth אדער באט־שפּריכווערטער כדי צו באגרענעצן API־סעסיעס צו געוויסע אקציעס, בשעת איר ניצט ווייטער 2FA כדי צו באשיצן דעם צוטריט צו אייער הויפט־באניצער־קאנטע.

למשל, געצייגען ווי AutoWikiBrowser (AWB) שטיצן נישט 2FA, אבער זיי קענען ניצן באט־שפּריכווערטער.

פראבלעם־לייזונג

דער באשטעטיקונגס־קאד ארבעט נישט

אויב איר האט שוין א 2FA־אפאראט וואס האט אויפגעהערט צו שאפן ריכטיקע קאדן, קאנטראלירט צי זיין זייגער איז גענוי. צייט־באזירט איינמאליק שפּריכווארט (TOTP) אויף וויקימעדיע־וויקיס קען נישט ארבעטן צוליב אפילו בלויז א צוויי־מינוטיקער צייט־אונטערשייד.

פארלוירן צוטריט צום אפאראט אדער אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע

אויב איר האט נאך צוטריט צו סיי וועלכן אפאראט אדער אויטענטיפיקאציע־מעטאד וואס איר האט רעגיסטרירט פאר 2FA, ניצט אים כדי זיך אריינצולאגן.

אויב איר האט מער נישט קיין צוטריט צו קיינעם פון אייערע אויטענטיפיקאציע־מעטאדן, ניצט איינעם פון אייערע ערהוילונגס־קאדן: אויפן צוויי־פאַקטאָר־אריינלאג־בלאט, אנשטאט אריינצושרייבן א קאד פון אייער אויטענטיפיקאציע־אפאראט, דריקט דעם קנעפל כדי צו ניצן ערהוילונגס־קאדן. שרייבט אריין איינעם פון די קאדן וואס איר האט אראפקאפירט ווען איר האט אקטיווירט 2FA.

די מאביל־אפליקאציעס פון וויקיפעדיע האבן נישט קיין באזונדערן אינטערפייס פאר אריינשרייבן ערהוילונגס־קאדן. אנשטאט דעם, שרייבט אריין אן ערהוילונגס־קאד אויף דעם זעלבן אופן ווי איר וואלט אריינגעשריבן א באשטעטיקונגס־קאד פון אייער אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע.

נאכדעם וואס איר לאגט זיך הצלחה אריין, רעגיסטרירט א נייע 2FA־מעטאד איידער איר שאלט אויס די מעטאדן וואס זענען פארבונדן מיט אייער פארלוירענעם אפאראט.

פארלוירענע אדער נישט־צוטריטלעכע ערהוילונגס־קאדן

אויב איר מיינט אז איר האט פארלוירן די קאדן, אבער איר קענט זיך נאך אריינלאגן, גייט צו Special:AccountSecurity, דרוקט אויס אדער אראפקאפירט די קאדן נאכאמאל, און היט זיי אויף אין א זיכער פלאץ.

אויב איר האט נישט קיין ערהוילונגס־קאדן און קענט נישט פארענדיקן די צוויי־שריט־אויטענטיפיקאציע, קענט איר פרובירן צוריקצובאקומען צוטריט דורך בעטן דעם שטיצע־דעסק פון דער וויקימעדיע־פונדאציע (WMF) אוועקצונעמען 2FA פון אייער קאנטע. איר זאלט מאכן דעם פארלאנג נאר אלס א לעצטע ברירה; די WMF גאראנטירט נישט אז מען וועט קענען צוריקקריגן אייער קאנטע אין אזא פאל.

כדי אריינצוגעבן א שטיצע־פארלאנג:

  • שיקט אן אימעיל צו ca(_AT_)wikimedia.org כדי צו בעטן אוועקצונעמען 2FA פון אייער קאנטע. שיקט דעם אימעיל פון דער אימעיל־אדרעס וואס איז פארבונדן מיט אייער וויקי־קאנטע.
  • אויב אייער פארלאנג ווערט באשטעטיקט און 2FA ווערט אוועקגענומען פון אייער קאנטע: לאגט זיך אריין נאר מיט אייער שפּריכווארט, און שטעלט נאכאמאל איין צוויי־פאַקטאָר־אויטענטיפיקאציע.

אויב איר קענט זיך נישט אריינלאגן צו אייער דעוועלאפער־קאנטע, זעט די דאקומענטאציע אויף wikitech פאר אנווייזונגען ווי אזוי צו בעטן אוועקצונעמען 2FA.

איבערגיין צו א נייער אפאראט

אויב איר האט באקומען א נייעם טעלעפאן אדער ווילט ניצן אן אנדער אפאראט פאר 2FA, לייגט צו אייער נייעם אפאראט איידער איר נעמט אוועק דעם אלטן:

  1. לאגט זיך אריין מיט אייער אלטן אפאראט פאר 2FA. אויב איר האט פארלוירן אייער אלטן אפאראט, ניצט אן ערהוילונגס־קאד כדי צו פארענדיקן די באשטעטיקונג.
  2. ניצט אייער נייעם אפאראט כדי צו אקטיווירן איינע אדער מער אויטענטיפיקאציע־מעטאדן.
  3. נעמט אוועק די אויטענטיפיקאציע־מעטאדן וואס זענען פארבונדן מיט אייער אלטן אפאראט.

מען קען נישט צולייגן א פּאַסשליסל ווייל דער קנעפל איז נישט אקטיוו

כדי צו ניצן פּאַסשליסלען, מוזט איר ערשט אקטיווירן 2FA מיט א זיכערהייט־שליסל אדער אן אויטענטיפיקאטאר־אפליקאציע. אויב איר האט שוין אקטיווירט 2FA, און דער קנעפל „צולייגן א פּאַסשליסל“ אויף Special:AccountSecurity איז גרוי אדער נישט אקטיוו, קען זיין אז איר ניצט א בלעטערער אדער אפערירן סיסטעם וואס איז נישט קאמפאטיבל. כדי צו ניצן פּאַסשליסלען, מוזט איר ניצן איינע פון די פאלגנדיקע אפציעס:

  • ניצט אן אפערירן סיסטעם מיט אן אריינגעבויטן שפּריכווארט־פארוואלטער, ווי Windows (Windows Hello) אדער macOS (iCloud Keychain).
  • ניצט א שפּריכווארט־פארוואלטער אין אייער בלעטערער, ווי Google Password Manager אין Chrome.
  • אינסטאלירט א שפּריכווארט־פארוואלטער פון א דריטן צד וואס קען באהאנדלען פּאַסשליסלען (ווי 1Password, Bitwarden אדער LastPass).

אויב איר האט נישט אינסטאלירט קיינע פון די דאזיקע אפציעס, אדער אויב איר ניצט אן אלטע ווערסיע פון אייער בלעטערער אדער אפערירן סיסטעם, קענט איר נישט ניצן פּאַסשליסלען, און דער קנעפל וועט פאר אייך זיין פארגרייט.

דאס איז מערסטנס א פראבלעם פאר באניצער פון פייערפאקס אויף לינוקס. נישט פייערפאקס און נישט לינוקס האבן אן אריינגעבויטן שפּריכווארט־פארוואלטער, דעריבער איז דער איינציקער וועג פאר באניצער פון פייערפאקס אויף לינוקס צו ניצן פּאַסשליסלען דורך אינסטאלירן א שפּריכווארט־פארוואלטער פון א דריטן צד, ווי 1Password, Bitwarden אדער LastPass.

אקטיווירן 2FA אויף דעסקטאפ־ און לאפטאפ־קאמפיוטערס

אויב איר האט נישט קיין באזונדערן אפאראט צו ניצן פאר 2FA, קענט איר ניצן אפליקאציעס ווי WinAuth, Authenticator און KeeWeb כדי צו פארוואלטן 2FA־טאקענס אויף פארשידענע קאמפיוטערס. דאס איז דער רעקאמענדירטער וועג צו אקטיווירן 2FA אויב איר האט נישט קיין סמארטפאון אדער טאבלעט־קאמפיוטער.

אויב איר ניצט יעצט א שפּריכווארט־פארוואלטער, קאנטראלירט צי ער שטיצט 2FA. (אייער שפּריכווארט־פארוואלטער קען אויך באצייכענען 2FA אלס „OTP“ אדער „TOTP“.) ניצן אייער יעצטיקן שפּריכווארט־פארוואלטער פאר 2FA איז גרינגער ווי איינצושטעלן א נייע 2FA־אפליקאציע.

באַמערקונג: אויב איר רעדאַקטירט געוויינטלעך מיט אייער דעסקטאָפּ־קאָמפּיוטער, איז ניצן אַ דעסקטאָפּ־2FA־אַפּליקאַציע אַ ביסל ווייניקער זיכער ווי ניצן אַ מאָביל־2FA־אַפּליקאַציע, ווײַל איינער מיט צוטריט סיי צו אייער קאָמפּיוטער און סיי צו אייער שפּריכוואָרט וואָלט נאָך אַלץ געקענט זיך אַרײַנלאָגן צו אייער קאָנטע.

אויטענטיפיקאַציע דורך SMS אדער מעסעדזשינג־אפליקאציעס

עטלעכע פלאטפארמעס דערמעגליכן באניצער צו ניצן א מאביל־טעלעפאן־נומער. די באניצער באקומען א טעקסט־מעלדונג אדער א מעסעדזשינג־אפליקאציע־מעלדונג מיט א קאד כדי זיך צו אויטענטיפיצירן. מיר האבן נישט קיין פלענער צו שטיצן 2FA דורך SMS אדער ענלעכע לייזונגען.

2FA אויף די פריוואטע וויקיס

אנדערש ווי די וויקיפעדיעס אדער מעטא, זענען די פריוואטע וויקיס נישט פארבונדן מיט וויקימעדיע־גלאבאלע קאנטעס. דעריבער דארפט איר איינשטעלן 2FA באזונדער אויף יעדן פריוואטן וויקי, אויסער דעם 2FA פאר אייער וויקימעדיע־גלאבאלע קאנטע.

דאָס ווידערניצן 2FA־מעטאָדן איז נישט דאָס זעלבע ווי ווידערניצן שפּריכווערטער:

  • עס ווערט רעקאמענדירט איינצושטעלן די זעלבע גרונטלעכע און רעזערוו־2FA־מעטאדן אויף יעדן פריוואטן וויקי.
  • עס ווערט רעקאמענדירט צוצולייגן פּאַסשליסלען פון די זעלבע פארזארגערס אדער אויף די זעלבע אפאראטן אויף יעדן פריוואטן וויקי.
    • איר קענט צולייגן אזויפיל פון זיי ווי איר ווילט, פון אזויפיל אפאראטן אדער פארזארגערס ווי איר ווילט.
    • אויב איר האט די אפציע צו ניצן א פּאַסשליסל וואס סינכראָניזירט זיך (למשל, א 1Password־וואלקן־קאנטע אדער א גוגל־קאנטע), קענט איר ווייטער ניצן די זעלבע פּאַסשליסלען אפילו אויב איר בייט אויס אייער אפאראט, אן דארפן זיי אלע נאכאמאל איינשטעלן.

זעט אויך